iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.
iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.



Link to original content: https://yi.wikipedia.org/wiki/ספר_מלכים
ספר מלכים – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

ספר מלכים

פֿון װיקיפּעדיע

ספר מלכים איז דער פערטער באנד אין תנ"ך פון די "נביאים ראשונים". דער ספר הייסט מלכים וויבאלד עס רעדט ארום די אלע אידישע מלכים, פון דער קעניג שלמה המלך (וואס האט געקעניגט נאך זיין טאטן דוד המלך) ביז צדקיהו דער לעצטער קעניג פון מלכות בית דוד פארן חורבן בית ראשון (ג'של"ח). דער ספר פארטוט זיך סיי מיט מלכי יהודה און סיי מיט מלכי ישראל.

דער ספר איז געשריבן געווארן סוביעקטיוו פון א רעליגיע אויסבליק, וואס באשולדיקט אלע געפאר־פאסירונגען צו די זינד פון די אידן פאר גאט. אויך איז דער ספר פּרָא מלכות יהודה און אנטקעגן מלכות ישראל.

די הויפט טעמעס אין דער ספר ערקלערט:

ווער און ווען האט מען געשריבן דער ספר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט די אידישע טראדיציע איז דער ספר געשריבן געווארן דורך דער נביא ירמיהו.

לויט די תנכישע פארשערס איז דער ספר געשריבן געווארן צווישן די יארן ג'קצ"ח וואס דאן איז געוועזן די לעצטע געשעעניש וואס שטייט אינעם ספר, (נאָכן באפרייען יהויכין פון תפיסה), צו ג'רכ"ב וואס דאן איז געשען די וויכטיקע געשיכטע ווי אזוי די אידן האבן זיך אומגעקערט צוריק פון בבל קיין ארץ ישראל, ווייל אויב דער ספר איז געשריבן געווארן נאך ווען די אידן האבן זיך אומגעקערט, האט דאך דאס געדארפט נאטירליך שטיין געשריבן אינעם ספר.

נאך א וויסנשאפטלעכע טעאריע ערקלערט, אז דער ספר איז געשריבן געווארן דורך די זעלבע גרופע שרייבערס וואס האבן געשריבן ספר דברים, אזעלכע וואס האבן געשטאמט פון שבט יהודה, און זיי בריינגען א ראיה פון דעם וואס ביידע ספרים האלטן פון דער איינפיר צו דינען גאט אין איין מקדש, און זיינען קעגן די רעפארמע פון דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות.

דער אויסשטעל פונעם ספר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ספר מלכים איז צעטיילט אויף צוויי חלקים: מלכים א' און מלכים ב'. אין אנפאנג איז דער ספר געווען אייניק, די צעטיילונג איז געמאכט דורך א נוצרישן מאנאך.

  • אברהם בר יוסף פובליקירט דורך "אור עם"
  • חולדה רז פובליקירט דורך "קידום"
  • ישראל חגי פובליקירט דורך "ח"י"
ספרים אין תנ"ך

תורה: בראשית | שמות | ויקרא | במדבר | דברים

נביאים: יהושע | שופטים | שמואל (א' וב') | מלכים (א' וב') | ישעיה | ירמיה | יחזקאל | תרי עשר: הושע | יואל | עמוס | עובדיה | יונה | מיכה | נחום | חבקוק | צפניה | חגי | זכריה | מלאכי

כתובים: תהילים | משלי | איוב | שיר השירים | רות | איכה | קהלת | אסתר | דניאל | עזרא - נחמיה | דברי הימים (א' וב')