ליכט
מראה
ליכטיקײַט מאכט דעם מענטש קענען זען. ליכט איז אן עלעקטראמאגנעטישע שטראלונג וואס די כוואליעס האבן א לענג פאסיג פאר אויגן (פון 400 ביז 700 נאנאמעטער), ד.ה. צווישן אינפרארויט ביז אולטראוויאלעט.
ברעכונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ברעכונג
ברעכונג פון ליכט איז ווען ליכטשטראלן בייגן זיך ביים אייבערפלאך צווישן צווי מאטריאלן, וו למשל לופט און גלאז. א לינז ניצט אויס ברעכונג צו פארקלענערען אדער פארגרעסערען א בילד. מען ניצט לינזן אין ברילן, לופעס, שפאקטיוון, טעלעסקאפן און מיקראסקאפן.
גיך פון ליכט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – גיך פון ליכט
די גיך פון ליכט איז דריי הונדערט טויזנט קילאמעטער א סעקונדע.
אין דער תורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ערשטע זאך וואס דער אייבערשטער האט באשאפן איז געווען ליכט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק:
”וַיֹאמֶר אֱלֹדִים יְהי אוֹר וַיְהי אוֹר” (בראשית א ג)