iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.
iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.



Link to original content: https://yi.wikipedia.org/wiki/כעזבאלא
כעזבאלא – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

כעזבאלא

פֿון װיקיפּעדיע
די חיזבאלא פאָן
סאיעד כאסאן נאסראללא, דער פירער פון חיזבאלא

כעזבאָלאַ איז א שיאיטישע מוסולמענער ארגאניזאציע אין לבנון מיט פאליטישע און מיליטערישע צווייגן, וואס שטרעבט אויף צו באקעמפן מדינת ישראל. עס ווערט אנגעפירט דורך סאיעד כאסאן נאסראללא, און ווערט געשטיצט הויפטזעכליך דורך איראן און סיריע.

כעזבאָלאַ ווערט אנגעטיטלט דורך רוב לענדער אין דער מערב וועלט אלס א טעראריסטישע ארגאניזאציע. חיזבאלא און אירע שטיצער, אריינגערעכנט פֿיל פאליטישע פירער און סתם המון עם אין לבנון, האלטן אז זי איז א לעגיטימע מיליציע אויף צו היטן אויף לבנון קעגן ישראל'ישע אנגרייפן און אויף צו שטעלן ווידערשטאנד קעגן ישראל'ישער אקופאציע.

כעזבאָלאַ איז געגרינדעט געווארן אין די אנהויב 80'ער יארן אלס א קעגנשטאנד צו ישראל נאך דער מלחמה מיט אראפאט'ס פ.ל.א. ארגאניזאציע און דער לבנון ברודער קריג, אין 1982-תשמ"ב. די ישראל'ישע אקופאציע פונעם זיכערהייט זאנע האט אנגעהאלטן פון 1982-תשמ"ב ביז דער ריקצוג אין מערץ 2000-תש"ס דורך דער ישראל'ישער פרעמיער מיניסטער אהוד ברק.

כעזבאָלאַ פארמאגט אן ארמיי פון עטליכע טויזנט קעמפער, און פילע פארגעשריטענע וואפנס. זיי פארמאגן, לויט דער אפשאצונג פון ישראל'ישע שפיאנאזש, איבער צען טויזנט קאטיושע ראקעטן, דאס מערסטע פון זיי אנטהאלטן פון איראן. אויך פארמאגן זיי פון איראן די ווייט שטרעקיגע מיסלס פאג'ר און זלזל.

במשך פון די יארן האט חיזבאלא געשיקט טויזנטער קאטיושע ראקעטן אויף די איינוואוינער אין צפון פון מדינת ישראל.

ישראל-כעזבאָלאַ מלחמה 2006

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יולי 2006-תשס"ו האט אויסגעבראכן די צווייטע לבנונישע מלחמה נאכדעם וואס כעזבאָלאַ האט פארכאפט צוויי ישראלישע סאלדאטן. די ישראלישע רעגירונג האט אלס ענטפער אונטערגענומען אן אקציע אויף אויסצוראטן חיזבאלא און פארניכטן זייערע כחות. די אקציע האט זיך ארויסגעוויזן פיל שווערער ווי דאס ישראלישע מיליטער האט זיך גערעכנט, און האט זיך אויסגעלאזט מיט א פייער-אפשטעל רעזאלוציע פון דער יו ען, אונטער וועלכע דער לעבאנעזער ארמיי וועט איבערנעמען דאס קאנטראל פון דרום לבנון אנשטאט כעזבאָלאַ, אבער די חיזבאלא כחות זענען נישט פארניכטעט געווארן.

אין די שטרייטונגען האט כעזבאָלאַ צום ערשטן מאל גענוצט די ווייט שטרעקיגע ראקעטן, און געשאסן מער פון 70 ק"מ אריין אין ישראלישן שטח, ביז חיפה, טבריה און חדרה.

כעזבאָלאַ ווערט באשולדיגט אין צוויי גאר מערקבארע טעראריסטישע אקטן אנטקעגן אמעריקע.

דער ערשטער האט פאסירט דעם 18טן אפריל 1983-תשמ"ג. א ווען אנגעפילט מיט 2000 פונט אויפרייס שטאף איז אריינגעפארן אין דעם אמעריקאנער אמבאסאדע אין ביירוט, דורכרייסנדיג די שטעך-דראט צוים, און אריינגעקראכנדיג אין דעם בנין, אויפרייסנדיג דערביי א מעכטיגע אויפפלאצונג. 63 פערזאן זענען אומגעקומען, 17 פון זיי אמעריקאנע.

דער צווייטער און פיל מערקבארער אינצידענט איז געווען דער זעלבער יאר אקטאבער 23. א טראָק אנגעפילט מיט 12,000 פונט אויפרייס שטאף איז אריינגעפארן אין א קאמפאונד פון אמעריקאנער מארינעס, וועלכע זענען געווען אין לאנד אלץ א טייל פון א מולטי-נאציאנאלע שלום-האלטן מיסיאן, און זענען געווען הויפטקווארטירט אין דעם ביירוט אינטערנאציאנאלע לופט-פעלד.

דער טראק האט דורכגעריסן דעם שטעך-דראט צוים, דער פירער האט געשמייכלט צו די צוויי אמעריקאנער וועכטער, און אריינגעפארן מיט גאר הויכע שנעלקייט אין דעם באראק ווי די מארינעס זענען געווען פלאצירט. דער אויפרייס האט אראפגעברענגט דעם גאנצן בנין, און אומגעברענגט 241 אמעריקאנער, 220 פון די מארינעס.

אין דעם טאג זענען אומגעברענגט געווארן די גרעסטע צאל אמאריקאנער מארינעס אין איין טאג זינט די שלאכטן אין איווא דזימא. דער אטאקע איז פארבליבן דער טויטליכסטער אנגרייף אויף אמעריקאנער אויף א פרעמד לאנד זינט דער צווייטער וועלט מלחמה.

גענוי ווי שטארק זענען די כעזבאלא קראפטן ווייסט מען נישט. לויט ישראל מיניסטער נפתלי בענעט האט כעזבאלא עטלעכע 130,000 ראקעטן און מיסלען וואס זייער ציל איז ישראל, און דער ישראל שעף פון גענעראל שטאב גדי אייזנקאט האלט אז כעזבאלא פארמאגט "צענדליגע טויזנטער" לאנג-ציל און קורץ-ציל ראקעטן, דראנען, און פארגעשריטענע קאמפיוטער ענקריפציע מעגלעכקייטן, ווי אויך פארגעשריטענע פארטיידיקונג פעהיגקייטן ווי די SA-6 זעניט מיסלען סיסטעם.