iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.
iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.



Link to original content: http://yi.wikipedia.org/wiki/עמיר_פרץ
עמיר פרץ – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

עמיר פרץ

פֿון װיקיפּעדיע
עמיר פרץ
געבורט 9 מערץ 1952 (אלט 72)
בוזשעד, פראנצויזישער מאראקא (ענ') רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
פארטיי ארבעטס-פארטיי, עם אחד, די באוועגונג
פראקציע המערך, העבודה-מימד, המחנה הציוני, העבודה-גשר
30טער מיניסטער פון עקאנאמיע און פאבריקאציע
17 מאי 2020 – אמטירט
(4 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
16טער פארטיידיקונקס-מיניסטער
31סטע רעגירונג
4 מאי 200618 יוני 2007
(1 יאָר)
סגן אפרים סנה
2טער פארזיצער פון ההסתדרות החדשה
19952005
(בערך 10 יאָרן)
5טער פירער פון שדרות לאקאלן ראט
19831988
(בערך 5 יאָרן)
כנסת דעפוטאט
21 נאוועמבער 19889 דעצעמבער 2012
(24 יאָרן)
5 פעברואר 2013 – אמטירט
(11 יאָרן)
כנסות 1218, 1923
אנזיכטיקע אמטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

עַמיר אַרמאַנד פרץ (געבוירן י"ב אדר ה'תשי"ב, 9 מערץ 1952) איז מיניסטער פון עקאנאמיע און פאבריקאציע, פארזיצער פון ארבעטס-פארטיי און א כנסת דעפוטאט אין ישראל. ער האט אמאל געדינט ווי וויצע פרעמיער מיניסטטער, פארטיידיקונגס-מיניסטער, מיניסטער פאר דער סביבה, פארזיצער פון דעם נייעם הסתדרות און פארזיצער פון דעם לאקאלן ראט פון שדרות.

געבוירן אין מאראקא י"ב אדר ה'תשי"ב (9 אין מערץ 1952) און ארויף קיין ישראל אין יאר ה'תשט"ז (1956). ער האט פיר קינדער, וווינט אין שדרות און איז דארט דער בירגערמייסטער.

אין יאר ה'תשמ"ח (1988) איז ער אויסגעקליבן געווארן אין מפלגת העבודה'ס פארטיי אלץ א חבר כנסת, און ז' חשוון ה'תשס"ו (9טן נאוועמבער 2005) איז ער אויסגלעקיבן געווארן ביי די פריימעריס אלץ דער פירער פון דער פארטיי אין די רעגירונג פון אהוד אולמערט אין די קאאליציע מיט קדימה וואס האט בייגעשטאנען צו אויספירן די תוכנית ההתכנסות (איינזאמלונג פלאן).

אין די ערשטע חודש ווען מען האט געוואלט מחדש זיין די אויפגאבע, האבן די חאמאס אפגעהאלטן זיין אויפגאבע ווען קריג האט אין די עזה-פּאס אויסגעפלאצט. א וואך ארום, האבן די חיזבאלא אויך ארויס מלחמה קעגן "ישראל" און זיך פערמיטלט מיט די פאלעסטינער אוטאריטעט.

עמיר פערעץ האט געגעבן רשות און א "פרייע האנט" צו די ישראלישע ארמיי צו זיך קעמפן מיט די צוויי טעראר ארגאניזאציעס.

דעצעמבער 2012 איז ער אריבער צו דער נייער די באוועגונג פארטי פון ציפי לבני, און איז דערוויילט געווארן א דעפוטאט אין דעם 19טן כנסת.

אום 19טן דעצעמבער 2016 האט פרץ געמאלדן אז ער וועט קאנדידירן פאר דער פירערשאפט פון דער "ארבעטס-פארטיי". ער איז ארויף צו דער צווייטער רונדע, וואס איז פארגעקומען דעם 10טן יולי 2017, אבער האט פארלוירן צו אבי גבאי, מיט 14,734 (48%) קעגן 16,080 שטימען (52%).

ער איז א לינקער סאציאליסט און געוועזן פירער פון ההסתדרות החדשה.

פרץ וווינט אין געגנט פון שדרות. ער מיט זיין ווייב אַחלמה, האבן פיר זין, אוהד, שני, יפתח, און מתן.