iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.
iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.



Link to original content: http://yi.wikipedia.org/wiki/אמונת_השם
אמונת השם – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

אמונת השם

פֿון װיקיפּעדיע
יידן און יידישקייט
מנורה
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


אמונת השם - גלייבן אין אייבערשטן - איז פון די פרינציפן עקרים פון יידישקייט, דער רמב"ם רעכענט דאס דער ערשטער פון די שלושה עשר עיקרים וואס ער האט אוועק געשטעלט.

לויט פארשידענע ראשונים (רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך), ווערט אמונת השם פאררעכענט צווישן דעם צאָל פון תרי"ג מצות, דאגעגען אנדערע ראשונים (בה"ג, רבי סעדיה גאון) האלטן, אמונת השם איז נישט אין צאָל פון די תרי"ג מצות, און װי דער רמב"ן [1] ערקלערט זייער מיינונג, דער צאָל תרי"ג מצות באציט זיך נאר צו פליכטונגען וואס דער אייבערשטער האט פארפליכטערט ייִדישע קינדער צו טון אדער פֿאַרבאָטן פון טון, דאגעגן אמונת השם וואס דער אייבערשטער האט געלאזט וויסן, וואס דאס איז דער פֿאַקטאָר און ווארציל וואס פון דעם ווערט געבוירן און וואקסט ארויס די מצוות, ווערט נישט מיטגעציילט אין צאָל פון די תרי"ג מצות. שאין מנין תרי"ג מצות אלא גזירותיו יתעלה שגזר עלינו לעשות או מנענו שלא נעשה, אבל האמונה במציאותו יתעלה שהודיע אותה אלינו וכו' הוא העיקר והשורש שממנו נולדו המצות לא ימנה בחשבון..

אמונת השם האלט אין זיך פארשידענע צווייגן: גלייבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן, גלייבן אין זיין איינציגקייט, און דער פֿאַרבאָט צו גלויבן אין אַן אנדערן געטליכן עקזיסטענץ אויסער דעם אייבערשטן.


מצות - מציאות השם, "אנכי"

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א) די תורה באַפֿעלט ייִדישע קינדער צו גלייבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן, וואו ס'שטייט "אנכי ד' אל-היך" (שמות כ. ב.), און װי דער ספר החינוך ערקלערט [2], "דער ווארט אנכי לערנט אַז מען זאָל וויסן און גלויבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן". די מצוה ווערט גערעכנט צווישן דעם צאָל פון די תרי"ג מצוות: לויט דעם רמב"ם אין ספר המצות, אלס מצות עשה א. לויט דעם ספר המצות גדול (סמ"ג) אלס עשין א. לויט דעם ספר החינוך אלס מצוה כ"ה.

  • גלייבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן:

דער מענטש זאל וויסן אז דער אייבערשטער איז דאָס ערשטע עקזיסטענץ און ער האט געברענגט אין עקזיסטענץ אלץ וואס עקזיסטירט, און אָן זיין עקזיסטענץ קען קיין זאך נישט האָבן אן עקזיסטענץ, און זיין עקזיסטענץ וועט אלעמאל עקזיסטירן אומאפּהענגיק פון אנדערע עקזיסטירונגן. ווייל אלעס וואָס עקזיסטירט האָט קיין עקזיסטענץ נאָר פון דער ווירקליכקייט פון זיין עקזיסטענץ. ווי ס'שטייט "אין עוד מלבדו" (דברים ד. לה.) , ס'איז נישט פארהאן אן עקזיסטענץ אויסער דער עקזיסטענץ פון השם, און פארגלייך צו דעם עקזיסטענץ פון השם. דאס איז וואס דער נביא זאגט "וד' אל-הים אמת" (ירמיה י. י.) , ער אליין איז דער ווירקליכהייט און קיין אנדערע זאך איז ווירקליך, אין פארגלייך צו זיין ווירקליכקייט.

לידע שיש שם מצוי ראשון. והוא ממציא כל נמצא. וכל הנמצאים וכו' לא נמצאו אלא מאמתת המצאו. וכו'. הוא לבדו האמת ואין לאחר אמת כאמתתו. והוא שהתורה אומרת אין עוד מלבדו כלומר אין שם מצוי אמת מלבדו כמותו. המצוי הזה הוא אל-הי העולם אדון כל הארץ וכו'. (רמב"ם הלכות יסודי התורה פ"א הלכה א' – הלכה ה')


מצות - יחוד השם, ה' אחד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • גלייבן אין דעם איינציקייט פון דעם אייבערשטן:

דער מענטש זאל וויסן אז דער אייבערשטער איז איינס, נישט צוויי אדער מער ווי צוויי, אין ס'איז נישט פארהאן אן איינציקייט ווי זיין איינציקייט, ער איז נישט איינציק ווי איין איינהייט וואס האט נאך איינהייטן, און נישט איינציק ווי א קערפערשאפט וואס קען זיך צוטיילן אין טיילן און גרענעצן, ער איז איינציג מיט אן איינציקייט וואס האט קיין פארגלייך.


די תורה באַפֿעלט ייִדישע קינדער צו גלייבן אין דעם איינציגקייט פון דעם אייבערשטן, װי ס'שטייט "שמע ישראל ד' אל-הינו ד' אחד" (דברים ו. ד.), און װי דער ספר החינוך ערקלערט [3], "די תורה לערנט אונז, דערהערט'ס פון מיר יידישע קינדער, עטס זאלטס וויסען און גלויבן אז דער אייבערשטער איז איינציגקייט. די מצוה ווערט גערעכנט צווישן דער צאָל פון די תרי"ג מצוות: לויט דעם רמב"ם אין ספר המצות, אלס מצות עשה ב. לויט דעם ספר המצות גדול (סמ"ג) אלס עשין ב. לויט דעם ספר החינוך אלס מצוה תי"ז.


אלו-ה זה אחד הוא ואינו שנים וכו'. שאין כיחודו אחד מן האחדים בעולם. לא אחד כמין שהוא כולל אחדים הרבה. ולא כאחד כגוף שהוא נחלק לחלקים ולקצוות אלא יחוד שאין יחוד כמותו בעולם וכו'. (רמב"ם הלכות יסודי התורה פ"א הלכה ז')


מצות - השגחה פרטית, בורא ומשגיח

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזוי ווי עס איז דא א מצוה פון גלייבן אז השי"ת האט אלעס באשאפען, און אז ער פירט אהן די וועלט, איז דא א חיוב און מצוה פון די תורה גלייבן אין השגחה פרטיות, דאס הייסט אז השי"ת קוקט און פירט אהן מיט יעדן פרט וואס עס געשעהנט, אלעס וואס פאסירט קומט פון השי"ת. דער לשון פון תיקוני זוהר איז, איהו ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין לית אתר פנוי מיניה (דף]. דאס הייסט השי"ת פילט אהן די וועלט און רונגעלט ארום די וועלט, עס איז נישט דא קיין פלאץ ווי ער איז נישט.

אין תלמוד געפונען מיר אין מסכת יומא במקומך ישובוך ובשמך יקראוך אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלא נימא. אין מסכת ברכות זאגט די גמרא אפילו ריש גרגותא משמיא מוקמי ליה. אין מדרש קהלת שטייט אפילו צפור מבלעדי שמיא לא מתציד מכל שכן בר איניש.

עס איז אבער דא א מחלוקת ראשונים צו השי"ת אליין איז משגיח און גיט זיך אפ מיט יעדער קלייניגקייט אפילו פון גוים און די וואס דערצערענען איהם, אבער ער טוט דאס דורך א מלאך און א שליח. דער רמב"ם האלט ווי נענטער א מענטש איז צו השי"ת אלץ מער איז השי"ת משגיח אויף איהם, ער רופט דאס אהן אין זיין ספר מורה נבוכים השגחה סיבת הדביקות. ווי מער מען איז דבוק אין השי"ת אלץ מער איז דא אויף איהם א ספעציעלע השגחה, אבער דער רמב"ן און דער ראב"ד האלטן אז השי"ת איז משגיח אויף יעדעם איינעם, יעדע מינוט, ער גיט דאס נישט איבער פאר קיין שלוחים. אין ספר החינוך ביי די מצוה פון צרעת מאכט ער א פשרה צווישן די צוויי שיטות.

די חסידישע ספרים די תלמידי בעל שם טוב האבן אנגענומען מיט קלאהר קייט אזוי ווי דער רמב"ן האלט אז השי"ת איז משגיח אויף אלעס און צו יעדער צייט. און זיי ברענגען אסאך ראיות דערצו, ווי מיר געפונען אין ירושןלמי מסכת תענית אם יאמר לך אדם היכן אלקיך, ווען א מענטש וועט דיך פרעגן ווי געפונט זיך דיין גאט, תאמר לו בכרך גדול שבארם, זאלסטו ענטפערען ער איז אין די גרויסע שטאט פון ארם [אין עין יעקב איז די גירסא, בכרך גדול שברומי] דאס הייסט אין די גרעסט שטאט אינמיטן צווישן די פעלקער, א שטייגער ווי אין אמעריקא אין די גאסן פון מאנהעטן, אין ארץ ישראל אינמיטן תל אביב, אט דארט געפינט זיך אויך השי"ת. ווי דער פסוק זאגט: מלא כל הארץ כבודו.

מצות - לא יהיה לך אלהים אחרים, הוא ואין בלתו

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ג) די תורה פֿאַרבאָט ייִדישע קינדער פון צו גלייבן אין אן אנדערן געטלעכן עקזיסטענץ אויסער דעם אייבערשטן, װי ס'שטייט "לא יהיה לך" (שמות כ. ג.) , און װי דער ספר החינוך ערקלערט [4], "דו זאלסט נישט גלייבן אין אַן אנדערן געטלעכן עקזיסטענץ אויסער דעם אייבערשטן". די מצוה ווערט גערעכנט צווישן דער צאָל פון די תרי"ג מצוות: לויט דעם רמב"ם אין ספר המצות, אלס מצות לא תעשה א. לויט דעם ספר המצות גדול (סמ"ג) אלס לאוין א. לויט דעם ספר החינוך אלס מצוה כ"ו.


אינהאלט פון דער מצוה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די וועגן וויאזוי קונה זיין אמונה

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די ראשונים ווערט אויף זייער ברייטן פארנעם ארום גערעדט פארשידענע מיינונגען וואס הייסט, און ווי אזוי, א ייד דארף גלייבן:

א) פארשידענע ראשונים האלטן (רמב"ם, שומר אמונים, חובת הלבבות), אמונה איז צו-וויסן מיט א קלארקייט, לידע שיש שם מצוי ראשון וכו' וידיעת דבר זה מצות עשה [5], גלייבן איז נישט בלויז זאגן מיטן מויל איך גלייב, נאר זיך איין בילדן דורך נאך קלערן התבוננת א קלארן וויסטנשאפט, און זיין גלייבן זאל איינשטימן מיט זיין איינבילדונג, האמונה אינה ענין הנאמר בפה, אבל הענין המצוייר בנפש כשיאמין בו כמו שיצוייר [6]. דערפאר ווער ס'איז פעהיג נאך צו פארשן דעם ענין מיט זיין פארשטענדליכן שכל, ליגט אויף אים א פליכט דאס נאך צופארשן, ווי דער פסוק לערנט אונז, "וידעת היום והשבות אל לבבך" (דברים ד' ל"ט) [7], נאר וויבאלד דער געווענלעכער ייד, וואס קען נישט באלד דערגרייכן די טיפקייט מיט זיין קורצן פארשטאנד, קען דער פארשונג אים שטארק שאטן, איז זיין פליכט ערשט צו לערנען גלייבן פון וואס מען האט אים איבער געגעבן קבלה, ביז ער וועט איינגעוויינן זיין פארשטאנד צו דערגרייכן דער טיפקייט. דע כי ההתחלה בזאת החכמה מזקת מאד, וכו' ולזה נקראו סודות וסתרי תורה וכו' ולזה הספיקה עמהם הקבלה בכל עניין אמתי וכו' ובעבור זה אין להתחיל עם אדם בזה הענין אלא כשיעור שכלו.[8]

ב) פארשידענע ראשונים האלטן פארקערט (שלטי גבורים, כוזרי) אמונה איז גלייבן פון איבערגעבונג קבלה, יידן זענען באפוילן שמע ישראל הערן און איבערגעבן, מען פארלאנגט נישט פארשטן און צו-וויסן נאר הערן און איבערגעבן. וכן נצטוינו שמע ישראל וכו' ולא אמר להשכיל ולהתבונן בידיעת החכמה אלא להאמין היחוד על פי השמיעה והקבלה וכו'.[9]

ג) אנדערע ראשונים האלטן (חינוך) אמונה איז טאקע גלייבן פון איבערגעבונג, אבער דער וואס האט דערגרייכט דורך לערנען תורה צו א העכערן פארשטאנד, און זיין הארץ איז פעהיג צו פארשטיין דער טיפקייט פון פארשטן און צו-וויסן אז זיין גלייבן איז ריכטיג, איז דאס געטון דעם פליכט אויף דעם בעסטן וועג מצוה מן המובחר [10].

אלע ראשונים זענען איינס, אז פאר א געווענלעכן ייד וואס האט נאך נישט דערגרייכט זיין פולן דערגרייכונג אין פארשטאנד דורך לערנען תורה, איז זיין פארשטאנד נאך צו קורץ, דערפאר טאר ער זיך נישט אפגעבן מיט פארשטן גלויבן, ווייל ס'איז זיכער אז ס'וועט אים שאטן.[8].


על כן היזהר, שלא תטה אשורך מדרך האבות ונתיב הראשונים - אל הבדיאות, ותסמוך על שכלך ותתייחד בעצתך ותתבודד בסברתך, ואל תחשוד אבותיך במה שמסרו לך מאופני טובותיך, ואל תסתור עצתם במה שהורו אותך, כי אין עצה שתעלה בדעתך שלא קדמוך לדעתה, ועמדו על כל מה שמביאה אליו מטוב ורע. ואפשר שקדם לדעתך אופן יושר המחשבה ההיא בתחילתה, ונעלם ממך אופן ההפסד אשר יהיה ממנה באחריתה, ואתה במיעוט יישובך תראה יושרה ולא תראה טעותה ואופני הפסדה (חובת הלבבות שער יחוד המעשה פ"ה).

  1. ספר המצות מצות עשה, מצוה א
  2. מצוה כ"ה
  3. מצוה תי"ז
  4. מצוה כ"ו
  5. (רמב"ם הלכות יסודי התורה פ"א הלכה א' – הלכה ו' - הלכה ז')
  6. מורה נבוכים ח"א פ"נ
  7. חובת הלבבות שער היחוד פ"ג
  8. a b מורה נבוכים ח"א פל"ג
  9. שלטי גבורים ע"ז פ"א
  10. החינוך מצוה כ"ה