iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.
iBet uBet web content aggregator. Adding the entire web to your favor.



Link to original content: http://yi.wikipedia.org/wiki/אהוד_ברק
אהוד ברק – װיקיפּעדיע לדלג לתוכן

אהוד ברק

פֿון װיקיפּעדיע
אהוד ברק
געבורט 12 פעברואר 1942 (אלט 82)
ארץ ישראל, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט סטאנפארד אוניווערסיטעט, העברעאישער אוניווערסיטעט אין ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, דיפלאמאט, אפיציער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייב נאוה ברק


פאראמעטערס-גרייזן אין מוסטער:תפקיד מנהיג

פאראמעטערס [ סגן 1, תואר סגן 1 ] געפינען זיך נישט אין דער מוסטער־דעפיניציע

10טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל
6 יולי 19997 מערץ 2001
(1 יאָר)
אונטער פרעזידענטן עזר ויצמן
משה קצב
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
אהוד ברק אין 2012

אהוד ברק (עהוד באַראַק; געבוירן מיטן נאמען אהוד בראג דעם 12טן פעברואר 1942) איז געווען דער 10טער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל. די אינטיפאדא און דאס ארויסציען זיך פון לבנון זענען געווען אין זיינע יארן. דערנאך איז ער געווען דער אנפירער פון דער ארבעטער פארטיי, און פארטיידיגונגס מיניסטער אין דער קאליציע פון בנימין נתניהו. אין זיינע יארן ווי פארטיידיקונג מיניסטער האט מען אויסגעפירט די ווארעמער ווינטער אפעראציע, די געגאסענע בליי אפעראציע און די עמוד ענן אפעראציע. ער האט זיך אפגעזאגט פון פאליטיק י"ב כסלו תשע"ג.

אהוד ברק איז געבוירן געווארן אהוד בראג אין 1942.

פון 1991 ביז 1995, איז ער געווען דער 14טער שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל.

נאכן אפטרעטן פון אמט וועלנדיג צוריק גיין צו ביזנעס האט אים ראבין גענומען אלס אינערן מיניסטער, נאכן אטענטאט אויף רבין איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, 1996 איז ער געווארן א כנסת דעפוטאט פון עבודה פארטיי און אין יוני 1997 איז ער ערוועלט געווארן דער פירער פון עבודה פארטיי.

אין 1999 איז ער געלאפן פאר פרעמיער מיניסטער און געווינען מיט 56% קעגען בנימין נתניהו.

אין 2001 ווען ער האט שוין נישט געהאט די קאאליציע אין רוב האבן געוואלט פריע וואלן האט ער אפגעטראטן און פאר רופן ספעציעלע וואלן פאר פרעמיער מיניסטער, ער האט פארלוירן קעגן אריאל שרון געבענדיג שרון א 62% אין די וואלן.

וואס האט צוגעברענגט צו זיין פארלירן קאאליציע און פרעמיער מיניסטער אמט איז די קעמפ דייוויד שלום אפמאך און די נאכפאלגענדע אינטיפאדא, מיט די דורכגעפאלענע שלום מיט סיריע.

ער איז געווען גרייט זיך צוריקצוציען צו די גרענעצן פון ה'תשכ"ז (1967), אפגעבן סיריע דעם גולן, און פארגעשלאגן אראפאטן 97% פון די שטחים, און די אלטע שטאט פון ירושלים און שותפות אויפן הר הבית.

זיין פאליטישן אנזען אין ישראל איז זייער נידריק, און ביי די וואלן פון 2009 האט די ארבעטער פארטיי געליטן א גרויסע נידערלאגע, די נידריקסטע וואס די אלטע גרויסע פארטיי זאל נאר האבן געפאלן.

אום 3טן יאנואר 2000 האט אנגעהויבן דער שעפערדסטאן קאנפערענץ, א לאנגע סעריע פון שמועסן צווישן ישראל מיט סיריע, אין שטעטל שעפערדסטאן אין מערב ווירדזשיניע. ברק האט געפירט די ישראלישע דעלעגאטן און פארוק א-שרע, דער סירישער אויסערן מיניסטער, האט געפירט די סירישע דעלעגאטן. דער קאנפערענצן איז פארגעקומען אונטער אמעריקאנישן איבערזיכט, און האבן מיטגעטיילט דער אמעריקאנער פרעזידענט ביל קלינטאן און שטאַטס־סעקרעטאר מאדעליין אלברייט. די שמועסן האבן גארנישט אויסגעפועלט און אום 11טן יאנואר האט מען מפסיק געווען דעם קאנפערענץ מיט א כוונה צו מיטכאפן א שטיק צייט שפעטער. פראקטיש האט מען קיינמאל נישט באנייט די שמועסן צווישן די צוויי צדדים.

נאך א סקאנדאל אין גענעראל שטאב אין יאר 2010, האט ברק באשטעטיקט יואב גאלאנט, צו פארטרעטן גבי אשכנזי, ווען זיין טערמין וועט אפלויפן אנהייב יאר 2011. די סקאנדאל וועלכע ווערט גערופן אין ישראל, די גאלאנט דאקומענט, איז א פלאן וואס פרובירט אריינצושטעלן גאלאנט, אלס שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל, דורך פאליטישע מאנוווערן, און האט אויפגעשטורעמט די מאסן אין ישראל.

ער מיט זיין ווייב נאוה כהן האבן דריי זין, ענת, מיכל, און יעל.


פֿריערדיגער:
דן שומרון
שעף פון גענעראל שטאב פון צה"ל
1995-1991
נאָכפֿאלגער:
אמנון ליפקין-שחק


פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
בן-גוריון (1948-1954)שרת (1954-1955)בן-גוריון (1955-1963)אשכול (1963-1969)אלון (פֿאַקטיש, 1969)מאיר (1969-1974)ראבין (1974-1977)בעגין (1977-1983)שמיר (1983-1984)פרס (1984-1986)שמיר (1986-1992)ראבין (1992-1995)פרס (1995-1996)נתניהו (1996-1999)ברק (1999-2001)שרון (2001-2006)אלמערט (2006-2009)נתניהו (2009-2021)בענעט (2021-2022)לאפיד (2022)נתניהו (2022-) ישראל